מוזיקה יהודית

ישראל אדלר בקליפ חדש מתוך פרויקט השבת: "א געשעפט"

ישראל אדלר בקליפ ראשון מתוך פרויקט שבת משותף עם המוזיקאי, המעבד והמפיק מנדי הרשקוביץ מארה״ב. צפו

ישראל אדלר בקליפ חדש מתוך פרויקט השבת: "א געשעפט"
אא

מילות השיר:

ביי א געשעפט שטיי איך

מ'דארף ווארטן פארשטיי איך

דער מוכר זאל אהער קומען

עס קומען צו נאך קונים

בעלי ממונים

ס'איז פארמאכט לא יאומן

 

 ס'הענגט א גרויסע שילד

און לויט די בילד

ס'דארף זיין אפען יעצט זענען די שעות

אויפ'ן טיר א שלאס

און ס'זעהט אויס

פארמאכט, אפשר א מקח טעות

 

ווי איז דער מוכר

אזא שוואכע סוחר

זיין געשעפט גייט חרב מחריב

ער דארף נאר געבן אן עפען

די קונים צו טרעפן

 והדלת סגר אחריו

 

זאגן די שכנים

אלע אינאיינעם

 וועסט מוזן נאכאמאל קומען וואנדערן

דער מוכר נישט ביכולה

קען זיין א חולה

ר' יוד קום אין א טאג אן אנדערן

 

אפאר וואכן שפעטער

קויפן סחורה בעהט ער

מחר יהיה האות הזה

כמעשהו בראשון כך

די געשעפט איז פארמאכט

מה זה ועל מה זה

 

איך זוך א מבין א שמעקער

אין מקח וממכר

וואס פאר א געשעפט איז דאס

פלוני אלמוני

נישט בבית מלוני

פארשטיין איך מוז דאס

 

דאס איז א געשעפט? אויך מיר א געשעפט

 

אין א חודש ארום

איך קוק מיך אום

אפשר היינט תהא השעה

אולי יחוס

תהא השעה הזאת

וועל איך קענען קויפן כדבעי

 

הלו, רבי איד איך מיין דער סוחר האט פארמאכט די געשעפט האסט נישט וואס צו קומען נאכאמאל

וואס רעדסטו שטותים פון ווי קענסטו וויסן אז ער האט פארמאכט די געשעפט

נננ איך האב נישט קיין ספק אז ער האט פארמאכט זיין געשעפט

ווייל נעכטן לעת ערב בין איך געשטאנען בקרב און איך האב געזעהן ער נעמט אראפ די שילד

און אז מ'נעמט אראפ די שילד אפילו קויפן איר ווילט נישט דא קיין געשעפט

 אה די שילד איך האב נישט באמערקט די שילד

איך ווייס איך ווייס מיין מצב רוחני איך ווייס

איך ווייס איך ווייס מיין שוואכקייט טאטע איך ווייס

וירא את המקום מרחוק איך שטיי פון דיר אזוי ווייט אזוי ווייט

 

ווי זעהט אויס מיין דאווענען אוי

מיין קביעות עתים לתורה אוי אוי אוי

בין אדם למקום אוי מ'זאל האבן די זכיה

בין אדם לחברו עפעס אויך נישט קיין מציאה

 

אזויפיהל חסרונות אין עבודת ה' אי אפשר לפרטם כי רבים הם

אבער איין זאך טאטע ווייס איך איין זאך

אז אונז האבן נאך א געשעפט גלייך אויף גלייך

ווייל ווען איך היט דעם שבת קודש די שילד זעהסטו ס'איז נאך דא

איך היט דעם שבת קודש טאטעניו

 

אמת אסאך מאהל פון געשעפט איך צ'עק ארויס

איך וויין אויף דעם געוואלד ס'רינט א גאס

דער יצר הרע שלעפט מיך ארויס פון די געשעפט פון מיין פלאץ

אבער איין זאך ווייס איך פון טיפן הארץ

 

איך האב נאך מיט דיר א געשעפט ווייל איך היט שבת

נישט קיין חילוק וואס געשעהט איך היט שבת

איך קער זיך אים צוריק קודשא בריך הוא

איך האלט נאך די שילד ביני ובין בני ישראל אות היא

ווייל כל זמן די שילד איז דא קען מען זיכער האפן

 כל זמן די שילד איז דא איז די געשעפט נאך אפען

 

"ביני ובין בני ישראל אות היא לעולם אות היא לעולם".

תגיות ועדכונים:

שואב שוטף, תכשיט יהלומים, ריהוט ב-₪5,000. הצטרפו להפצת עלוני הידברות וזכו בפרסים. לחצו כאן >> 

כל תוכן חדש של הידברות ישר למייל שלך

כתובת המייל שלך נוספה לרשימת התפוצה

זמני היום

19:26
כ"ח חשון התשפ"ז
בקרוב·חצות הלילה23:23
  • הנץ החמה06:01
  • סוף זמן ק"ש08:41
  • חצות היום11:23
  • שקיעה16:44
כל זמני היום